א מעשה'לע צו דערציילן פאר די קינדערלעך
דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע און די קִינְדֶערְלֶעך
וֶוען דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב איז נָאך גֶעוֶוען אַ יוּנְגֶער בָּחוּר, איז עֶר גֶעוֶוען אַ בֶעלְפֶער: עֶר הָאט גֶעהָאלְפְן דֶעם מְלַמֵּד אין חֶדֶר.
יֶעדְן אִינְדֶערְפְרִי איז עֶר גֶעגַאנְגֶען פוּן הוֹיז צו הוֹיז, און צוּזַאמְגֶענוּמֶען אַלֶע קְלֵיינֶע קִינְדֶערְלֶעך. עֶר הָאט זֵיי גֶענוּמֶען בַיי די הֶענְטְלֶעך, און זֵיי גֶעפִירְט אין חֶדֶר.
אוֹיפ'ן וֶועג הָאט עֶר מִיט זֵיי גֶעזוּנְגֶען. עֶר הָאט זֵיי אוֹיסְגֶעלֶערְנְט צו זָאגְן מִיט אַ הוֹיכְן קוֹל: "אָמֵן, יְהֵא שְׁמֵיהּ רַבָּא!" און "בָּרוּךְ הוּא וּבָרוּךְ שְׁמוֹ!"
די קִינְדֶערְלֶעך הָאבְן גֶעזוּנְגֶען מִיט אַזַא פְרֵייד! און אוֹיבְן אין הִימְל הָאט מֶען זִיך זֵייער גֶעפְרֵייט צו הֶערְן די זִיסֶע קוֹלוֹת פוּן די אִידִישֶׁע קִינְדֶערְלֶעך.
קִינְדֶערְלֶעך, לָאמִיר אוֹיך זָאגְן הוֹיך: אָמֵן!
על פי דעת רבנים: די בלעטלעך זענען נאר פאר אייער אייגענעם קלאס. ס'איז אסור זיי ווייטער צו שיקן, קאפירן אדער געבן פאר אנדערע.