א מעשה'לע צו דערציילן פאר די קינדערלעך
דער אריז"ל הקדוש און די שמחה פון א מצוה
דער הייליגער אריז"ל האט געוואוינט אין צפת. ער איז געווען א גרויסער צדיק, און ער האט פארשטאנען די טיפסטע סודות פון דער תורה.
אמאל האט ער דערציילט פאר א נאענטן חבר א סוד: אלע הויכע מדריגות וואס ער האט זוכה געווען, האט ער באקומען ווייל ער האט זיך שטארק געפרייט יעדעס מאל ווען ער האט געטון א מצוה.
נישט נאר די מצוה אליין, נאר די שמחה ביי דער מצוה, האט אים געמאכט אזוי הייליג!
אזוי קענסטו אויך: ווען דו מאכסט א ברכה, ווען דו העלפסט די מאמי, ווען דו גייסט אין חדר אדער אין שולע, טו עס מיט א שמייכל און מיט א פרייד!
על פי דעת רבנים: די בלעטלעך זענען נאר פאר אייער אייגענעם קלאס. ס'איז אסור זיי ווייטער צו שיקן, קאפירן אדער געבן פאר אנדערע.