פרשת וירא
פרשה בילד
טאנטע:
נאמען:
אברהם אבינו'ס געצעלט איז געווען אפן אויף אלע פיר זייטן
קאלירט אן דאס בילד
טייערע עלטערן,
די וואך האבן די קינדערלעך געלערנט ווי אברהם אבינו האט געווארט אויף אורחים, כדי צו טון די מצוה פון הכנסת אורחים.
פרעגט אייער קינד ביים שבת טיש:
- וויפיל מלאכים זענען געקומען? (דריי)
- פארוואס איז דאס געצעלט געווען אפן אויף אלע פיר זייטן? (אז די אורחים זאלן גלייך קענען אריינקומען)
- וואס האט אברהם אבינו געגעבן די אורחים? (וואסער, ברויט און גוטע זאכן צו עסן)
על פי דעת רבנים: די בלעטלעך זענען נאר פאר אייער אייגענעם קלאס. ס'איז אסור זיי ווייטער צו שיקן, קאפירן אדער געבן פאר אנדערע.